ווען יודישע קינדער זיצען און לערנען, לערנען די הייליגע תורה
וואס טוהט דענמאלט אויבען אין הימעל אונזער הייליגע בורא
ער רופט צו זיינע מלאכים, און ער זאגט צו זיי
קוק ווי מיינע ליבע קינדער’לך זענען מיר אזוי געטריי
אפילו זיי זענען אין א קלעם, אפילו עס גייט זיי שלעכטס
טוהן זיי דאך די רצון השם, אזוי ווי איבער געגעבענע קנעכט
אפילו זיי זענען אין א געפאר, זיי לעבן אין א פחד און א מורא
פארגעסען זיי פון זייער צער, און פרייען זיך מיט די הייליגע תורה
or in the original
כד יתבון ישראל ועוסקין בשמחת התורה
קודשא ברוך הוא אומר לפמליא דיליה
חזו בני חביבי
דמשתכחין בצערא דילהון ועוסקין בחדותא דילי